אידישער ווינקל


Гео и язык канала: Израиль, Иврит
Категория: не указана


‌‏גרעסטער און פּאפּולערסטער סאושל-מידיא פּלאטפארמע אין אידיש • מיר זענען אויך אויף אינסטעגראם, טוויטער, יוטוב און וואטסעפּ.
סטעטוס: https://bit.ly/3rkdzfK
צו קאמענטירן אדער אדווערטייזן: @YiddisheVinkelAdmin
יוטוב: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel

Связанные каналы  |  Похожие каналы

Гео и язык канала
Израиль, Иврит
Категория
не указана
Статистика
Фильтр публикаций


Видео недоступно для предпросмотра
Смотреть в Telegram
ברוך השם ס'איז שבת 🍷


Видео недоступно для предпросмотра
Смотреть в Telegram
ברעיקינג: אן אמעריקאנער באאמטער באשטעטיגט פאר עי-בי-סי נייעס אז מדינת ישראל האט דורכגעפירט לופט אטאקעס אויף צילן אין איראן, און אין דער זעלבער צייט זענען אויפרייסן געהערט געווארן אין סיריע און איראק, וועלכע זענען ווארשיינליך אויך געווארן דורכגעפירט דורך מדינת ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️


ציווילע פליגערס העכער איראן ווערן געזען פארקירעווען זייערע רייזעס פון די ארגינעלע וועגן צו אויסמיידן וואס ווערט באריכטעט אלס אויפרייסן אין לאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️


סקיי ניוז אראביע באריכט איבער עטליכע אויפרייסן וועלכע זענען געהערט געווארן אין איספאהאן, אין צענטראל איראן.

בילד: א מעטשעט אין איספאהאן

▫️אידישער ווינקל ▫️


Get your tickets now! https://kingsyiddishplays.com/venue.html


נאכן ארויסציען ארגענטינע פון די בריקס פארבאנד האט פרעזידענט האוויער מילי פארמאל אפעלירט פאר זיין לאנד צו ווערן א זיכערהייט שותף מיט נאטא.

▫️אידישער ווינקל ▫️


מדינת ישראל טוט לויט באריכטן פירן מאסן טאנקען און ארטילערי קאנאנען ארום די עזה פאס אין צוגרייטונג פאר אן ערד אינוואזיע אין רפיח.

▫️אידישער ווינקל ▫️


אמעריקא וועט נוצן איר וועטא מאכט אין די יונייטעד נעישנס זיכערהייט קאונסיל קעגן דאס אנערקענען א פאלעסטינער לאנד.

▫️אידישער ווינקל ▫️


Видео недоступно для предпросмотра
Смотреть в Telegram
א מוזיקאלישער פארגעניגן!

די "חסיד'ישע פארברענג" אנטשפרעכט א גייסטרייכער אוונט פון היימישע מוזיקאלישע אונטערהאלטונג מיט די גרעסטע חרדי'שע מוזיק שטערנס. עס זינגט ווי פון זיך אליינס...

https://perlmanproductions.com/


עי-בי-סי ציטירט א הויכראנגיקער מדינת ישראל באאמטער וועלכע זאגט אז די ערווארטעטע נקמה אטאקעס קעגן איראן זענען געווארן אפגעשטופט נאך פסח.

די באריכט זאגט אז פילע הויכע איראנער פירער טוען זיך די טעג אויסבאהאלטן און וואוינען אין פארזיכערטע און באשיצטע ערטער ווי אונטער דער ערד.

▫️אידישער ווינקל ▫️


Видео недоступно для предпросмотра
Смотреть в Telegram
כיזבאלא האט סוקסעספול אטאקירט א מאוביל ראדאר סיסטעם פון די מדינת ישראל איירין דאום מיסיל פארטיידיגונגס סיסטעם אין מירון געגנט נוצנדיג א פונקטליך געפירטע מיסיל.

▫️אידישער ווינקל ▫️


גענאציד אין עזה?

טויזענטער איינוואוינער אין עזה ווערן געזען פארברענגען ביי די ים ברעגעס אין דיר אל באלאך געגנט אין די עזה-פאס.

▫️אידישער ווינקל ▫️


גוגל האט אויפגעזאגט 28 ארבעטער וועלכע האבן אנטיילנעמען אין א זיץ פראטעסט פארלאנגענדיג אז זייער פירמע זאל אויפהערן און ביזנעס אין ארץ ישראל.

▫️אידישער ווינקל ▫️


א ספעציעלע קאנטער טעראריזם איינהייט פון די משטרה אין ירושלים אונטער דער דירעקציע פון די שין בית האבן ארעסטירט אן אייסיס אפּעראטיוו וואס האט געפלאנט צו דורכפירן א טעראר אטאקע אין דער גאר נאנטער צוקונפט.

▫️אידישער ווינקל ▫️


די פעדעראלע אוויאציע אגענטור האט ארויסגעגעבן אן אפּשטעל פארארדענונג פאר אלע פליגערס פון עיר אלאסקע, אן דערמאנען א סיבה פארוואס.

▫️אידישער ווינקל ▫️


אילאן מאסק מעלדט אז ער גייט אינוועסטירן צווישן צוויי און דריי ביליאן דאלער אין אינדיע צו אויפבויען א נייע פעקטארי.

ער איז ערווארטעט צו מעלדן דערוועגן פארמאל ווען ער באזוכט ניו-דעלהי קומענדיגער וואך, צו טרעפן דער ארטיגער פריים מיניסטער נאראנדי מודי.

▫️אידישער ווינקל ▫️


רוסלאנד האט זיך אונטערגענומען צו שיקן פאר איראן פארגעשריטענע פארטיידיגונגס טעכנאלאגיע און פייטער דזשעטס, צו פארשטערקערן טעהראנ'ס פארטיידיגונגס מעגליכקייטן קעגן פאטענציאלע מדינת ישראל לופט אטאקעס.

▫️אידישער ווינקל ▫️


דאס לענדל מאלאווי וועלכע איז לאקירט אין אפריקע און פארמאגט העכער 20 מיליאן איינוואוינער עפנט מארגן אן אפיציעלער אמבעסאדע אין תל אביב, מדינת ישראל נאך לענגערע יארן פון אנפירן מיט גוטע דיפלאמאטישע באציאונגען.

▫️אידישער ווינקל ▫️


ערלויבט פאר פובליקאציע: די מדינת ישראל מיליטער באשטעטיגט אז 14 רעזערוויסטן זענען געשעדיגט געווארן נאך וואס כיזבאלא האט דורכגעפירט א קאמביינד אטאקע אויף א הויז וואו זיי האבן זיך אויפגעהאלטן, אין די אראבישע דערפל אראב אל אראמשא.

זעקס זעלנער זענען אין אן ערנסטער צושטאנד, צוויי מילד און אנדערע זעקס לייכט.

▫️אידישער ווינקל ▫️


א פארשוין האט אריינשפאצירט אין א באנק אין רייא דע דזשענירע, בראזיל, מיט א טויטער קערפער, פרובירנדיג ארויסצונעמען א לאון אויפ'ן נאמען פונעם טויטן.

ער איז געווארן ארעסטירט דורך די לאקאלע פאליציי.

▫️אידישער ווינקל ▫️

Показано 20 последних публикаций.