*מוֹעֵד שִׂמְחַת הַתּוֹרָה הַהִיסְטוֹרִית:*
*פאלגענד איז א באריכט פון די מעמד ההיסטורי חגיגת הכנסת ספר תורה לבית מדרשינו בבני ברק נדבת הרה"ח ר' שלמה אריה פריעד הי"ו
בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.*
*ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד כאיש אחד בלב אחד לשוש ולשמוח בשמחת התורה*
"שישו ושמחו בשמחת תורה כי היא לנו עוז ואורה"
שטייענדיג שוין מער ווי א מעת לעת נאך די היסטארישע מעמד קדוש חגיגת הכנסת ספר תורה בראשות אבינו רועינו עט"ר הוד כ"ק מרן רבינו שליט"א קען מען שוין אביסל צוזאמנעמען די מוחות נאכן מיטלעבן דעם היסטארישען מעמד וואס וועט נישט פארגעסן ווערן פון די הונדערטע משתתפים
די הארץ איז איבערגעפולט מיט רגשי הלב!
*קדוש קדוש יאמרו לו אשרי עין ראתה את אלה*
וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען צו זעהן די ליבשאפט פונעם רבן של ישראל כ"ק מרן רבינו שליט"א צו די הייליגע תורה!
"מרישא ועד גמירא געווען א חטיבה אחת פון דביקות, געגועים, התרוממות הנפש, והתרגשות דקדושה, מיט התלהבות'דיגע שמחת התורה, ווי יו"ט שבועות און שמחת תורה"
ארום 6:30 איז כ"ק מרן רבינו שליט"א ערשינען בבית הרה"ח ר' שלמה אריה פריעד נדבן הס"ת צום מעמד סיום כתיבת האותיות,
ווי מען האט געזינגן ווארימע נגינונים פון קבלת התורה,
און כ"ק רבינו שליט"א האט איבערגענומען די פעדער אין די האנט אין מיט א קול געשטיקט פון געוויין געזאגט "הרינו כותב לשם קדושת ספר תורה" און איבערגעגעבן די פעדער פאר די סופר מאכענדיג א שליח צו שרייבן די לעצטע אות, דערנאך האט רבינו שליט"א געמאכט הגבהה איבערגעדרייט אזוי ווי שמחת תורה און מורינו הרב הגה"צ אבד"ק שליט"א האט געמאכט גלילה. דערנאך האט מען אנגעהויבן ארויס באגלייטן די ספר תורה לרחובה של עיר בשעת ווען אנשי שלומינו שלענגעלן זיך אויס אין צוויי שורות דורך אויס די גאסן פון ברטונרא, דסלר, 'חזון איש', סעדיה גאון, און השל"ה,
*והאר עינינו בתורתיך, ודבק לבינו במצותיך, ויחד לבבינו לאהבה וליראה את שמיך.*
אנקומענדיג פארענט פון בית מדרשינו נאכ'ן באגלייטן וואס האט געדויערט קרוב צו א שעה צייט צוליב די ריבו עם בליעה"ר זענען אנשי שלומינו ארויס און פייערדיגע ריקודי קודש און איבערגעפילט די הויכשטאקיגע פרענטשעס וואס איז געווען אויפגעשטעלט לענגאויס רחוב השל"ה צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור המשתתפים, צוערשט האט געטאנצן מיט די ספר תורה די רבני ונכבדי אנ"ש מיט די בני המשפחה פון די נדבן הרה"ח ר' שלמה אריה פריעד הי"ו, ומה נהדר היה המראה ווען ביי די הויכפונקט פון די מעמד האט כ"ק מרן רבינו שליט"א איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן ברשפי אש קודש פאר א לענגרע צייט אויף די ניגונים 'אחד יחיד ומיוחד' 'אהבה רבה' 'שישו ושמחו בשמחת התורה' בשעת ווען אנשי שלומינו ווערן איבערגענומען מיט די שמחה פון שמחת תורה און די התעוררות פון שבועות די רבי שליט"א האט געטאנצן א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן צוזאמען מיט די נדבן הרה"ח ר' שלמה אריה פריעד הי"ו.
*אשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים בשמחת התורה ובשמחת קהילתינו*
דערנאך האט רבינו שליט"א אריין געפירט די ספר תורה אין בית מדרש און פארגעזאגט די מזמורים לדוד מזמור און מזמור לדוד הבו לה' בני אלים פסוק בפסוק מען האט געזינגען די מארש ניגון פון שמחת תורה בשעת רבינו שליט"א האט אריין געלייגט די ספר תורה אין ארון קודש זייענדיג מעתיר בתפילת ובתחנונים פאר אנשי שלומינו ביים ארון קדוש אין דעם הייליגען זמן.
דערנאך האט כ"ק רבינו שליט"א אפגעראכטן די שלחן לחיים לכבודו של תורה וואס צוליב מאנגל אין פלאץ איז די מעמד שלחן לחיים אפגעראכטן געווארן ברחובה של עיר פארענט פון בית מדרשינו וואס איז געווען אויס געשטעלט אויף א מייסטערהאפטיגע פארנעם לענגאויס רחוב השל"ה מיט הויכשטאקעגיגע פרענטשעס פון די דריי זייטן צו קענען אריין נעמען אין זיך די פילצאליגע משתתפים וואס זענען זיך געקומען מיט פרייען בשמחת התורה. כ"ק רבינו שליט"א האט געגעסן מזונות און פארטיילט שריים פאר די משפחת המלוכה און פאר בני משפחת הרה"ח ר' שלמה אריה פריעד הי"ו נדבן הס"ת, דערנאך האט די רבי שליט"א געטרונקען לחיים,
=צום שלוס פונעם מעמד האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש ודברי ברכה פון אבינו רועינו הוד כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א וואס האט משמיע געווען זעלטן היסטארישע גאר רירנדע דברות קודש=
"אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו"
"עליונים ששו ותחנונים עלזו בקבלת תורה מסיני"
*מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו*
דורך אויס די מעמד האבן זיך אנגעזען כ"ק מרן האדמורי"ם מ'באיאלא בני ברק, בישטינא, ביטשקוב, הגה"צ גאב"ד מאקאווא, און הגה"צ ר' חיים הערש מייזליש ראש ישיבת סאטמאר בני ברק,
יה"ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל!