צוויבל נייעס


Kanal geosi va tili: Isroil, Ivrit
Toifa: ko‘rsatilmagan


ברעיקינג ניוז: נישט געשטויגן, ווי אויך נישט געפלויגן.
אינסטעגראם: instagram.com/YiddisheOnion
וואטסעפפ גרופ: https://l.yiddish.news/OnionWAG1
אנדערע טשענעלס: @YiddisheNetwork
הערות & רעקלאמעס: @YiddisheNewsBot
וועבסייט: http://www.yiddish.news

Связанные каналы

Kanal geosi va tili
Isroil, Ivrit
Toifa
ko‘rsatilmagan
Statistika
Postlar filtri


ניו יארקער גאווערנער קאומא האט זיך היינט צובייזערט אויף עטליכע זשורנאליסטן, זאגענדיג "אויב גייען ענק מיך ווייטער צודרייט מאכן מיט ענקערע פראגעס, וועל איך באהאלטן נאך עטליכע טויט פעלער...!"

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


די נייע טראנספארטאציע סעקראטאר פיט בוטעדזשעדזש, האט געזאגט אין א סטעיטמענט, אז כדי ער זאל בעסער קענען גרונטלעך דורכטאן די פראבלעמען פון די טראנפארטאציע מיטלען, וועט ער וואוינען אין א באן פאר די קומענדיגע וואך.

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


די יו.עס. מינט אגענטור טוט ארבעטן אויף א נייע 7 צענטיגע מטבע, צו קענען העלפן לערנען די אמעריקאנער ציווילע מאטעמאטיקס.

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


פאליציי האט היינט רעאגירט צו א שיסעריי אין טעקסאס. נאך א פולע אויספארשונג האט די דעפארטמענט ארויסגעגעבן א באריכט, אז די רעדע איז געווען איבער א מאן וועלכע האט געשאסן א שניי-מאן, שרייענדיג דערביי "גיי צוריק פון די קומסט!"

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


בעאמטע קוקן אריין אינעם געדאנק פון ניצן פליגערס אויפצוקערן די שניי, זינט די פלי-ראטע איז שטארק געפאלן צוליב די ווירוס

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


פרעזידענט ביידען פלאנט צו געבן א ספעציעלע מאדאל פאר די סיקרעט סערוויס אגענט וועלכע האט געראטעוועט זיין לעבן דורכ'ן ארויף טאנצן אויף אים אינמיטן די איינשווערונג, נאך וואס אן אנוועזענטע האט ארויסגע'אטעמט פון איר מאסק.

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


צו באקומען די ברעיקינג "צוויבל נייעס" אפדעיטס אויף וואטסעפפ, שרייבט אייך איין אין די בייגעלייגטע גרופע:
https://chat.whatsapp.com/HOZXyaVVuU28VJZpvOACd2


די עף-בי-איי האט געעפנט אן אויספארשונג נאך וואס די ביידען פאמיליע האט געפונען אין די פריוואטע וואוינונג פונעם ווייסע הויז די טויטע קערפער פון טראמפ'ס געוועזענע אטורני דזשענעראל דזשעף סעשאנס.

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


עטליכע קוועלער באריכטן צו "צוויבל נייעס" אז פרעזידענט טראמפ איז געווען אנוועזנט ביי פרעזידענט ביידען'ס איינשווערונג, שטייענדיג מיט א ציהל-שיסער עטליכע געביידעס אוועק פונעם ווייסן הויז.

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


די דעמאקראטישע קאנגרעסמאן טשאק שומער האט אין א סטעיטמענט זיך צולאזט און אויסגעשריגן אז ער פלאנט צו אימפיטשען ביידען אין די ערשטע 100 טעג פון זיין פרעזידענטשאפט צו ווייזן אז די אימפיטשמענט פראצעדור האט גארנישט מיט קיין פאליטיק!

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


איינס פון די ראיאטירער האבן היינט זיך צוריק געקערט צו די קאפיטאל צו נעמען די שליסלעך פון זיין אויטא וועלכע ער האט געלאזט אין ספיקער פעלאוסי'ס אפיס.

ווי אן ארבעטער פון די ספיקער האט געזאגט אין אן אינטערוויא, האט די ראיאטירער אריינגעקלאפט אין איר טיר, און געזאגט: "כ'ווייס עס איז א בושה פאר מיר אהערצוקימען, אבער האט איינער געזען די שלסלעך פון מיין האנדא אדעסי?"

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


די עף-די-עי האט געמאלדן אז זי שטעלט אפ איר פראדוקציע דאטום פאר די קאראנעווירוס וואקסין צו קענען דיזיינען א שענערע פלאש פאר די וואקסין

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


Video oldindan ko‘rish uchun mavjud emas
Telegram'da ko‘rish
פרעזידענט טראמפ ארויסגעפירט פונעם ווייסע הויז נאכ'ן אנטזאגן צו קאאפערירן מיט די ביידען טרעזישאן קאמיטע

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


מיליטאנטישע ווייסע נאציאנאליסטן איבערגעשטרענגט גרייטנדיג זיך צו אטאקירן ווען אימער טראָמפּ וועט באפעהלן

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


שווערע כאאס איז פארגעקומען היינט אין צענטער פון מאנהעטן ווען א מאסק האט בטעות פארלאזט זיין היים אן קיין פנים.

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


א פאליציי אפיציר פון מישיגען וועלכע איז ערשינען ביי א "בלעק לייווס מעטער" פראטעסט, האט זיך אויסגעדרוקט צו די פראטעסטירער "איך בין נישט קיין ראסיסט, איך האב שוין אויך געשאסן ווייסע מענטשן!"

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


די דרום קעראליינע עלעקשאן-קאמיטע האט פארארדענט אז צוליב די יעצטיגע לאגע מיט'ן פענדעמיע, זאל מען אויפשטעלן ריזיגע גלאזערנע שילדן ארום אלע געביידעס ווי די עולם ווער ארויסגיין שטימען,כדי אפצוהיטן די וויילער פון באקומען די ווירוס.

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


די גאָווערנאר האָט געסטראַשעט אז אויב גייען די אידן נישט אויספאָלגן די רעגולאַציעס, וועט ער פאַראָרדענען ווערייזאָן זאָפאָרט צו סוספּענדירן סערוויס פון אַלע 4-דזשי פליפּ פאָונס!!

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


נאך א לאנגע ליסטע פון תקנות וואס די רעגירונג האט ארויסגעלייגט ספעציעל ביי די היימישע געגנטער, האט חסידי באבוב (קאמפעטישאַן פון באבאוויטש) ארויסגעלייגט א ריזן פלאקאט אויף איר שוהל שרייבענדיג מיט קידוש לבנה אותיות אז "אידישע לעבנס זענען וויכטיג!"

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel


עפל האט געמאלדן אז זי וועט ערלויבן אירע באניצער צו ניצן די "ביקס אימאָדזשי" אויב מען וועט דורכגיין די "אימאדזשי וואפן טעסט"

עקסקלוסיוו: t.me/Tzveibel

20 ta oxirgi post ko‘rsatilgan.

588

obunachilar
Kanal statistikasi